ברוך דיין האמת: הרבנית הישישה מרת מאטיל זאקס ע"ה יונגסטער קינד פון הרה"ק ר' חנוך העניך מקערעצקי זי"ע

מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת, אין מאנסי איז היינט נפטר געווארן הרבנית הישישה בת קדושים מרת מאטיל זאקס ע"ה פון מאנסי, אשת חבר הגאון המפורסם ר' אברהם גרשון זאקס זצ"ל ראש ישיבת חפץ חיים ראדין, זייענדיג אין טיפן עלטער פון 95 יאר.

רביצין זאקס ע"ה איז געווען די לעצט-פארבליבענע קינד פונעם מופת הדור הרה"ק ר' חנוך העניך מסאסוב-קערעצקי זי"ע, און מיט איר פטירה איז איבערגעריסן געווארן איינע פון די לעצטע בריקן וואס האבן פארבינדן דעם היינטיגן דור מיט די פריערדיגע.

די רביצין איז געבוירן בשנת תרצ"א צו איר פאטער הרה"ק ר' חנוך העניך מסאסוב-קערעצקי זי"ע וועלכער איז געווען בזיוו"ר אן איידעם ביי הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, איר מוטער הרבנית הצדיקת מרת ברכה ע"ה איז געוועהן טאכטער פון הרה"ק ר' יצחק מאיר האגער זצ"ל אבד"ק סאווראן-סטאנאוויץ.

ביי די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה האט זי גאר אסאך מיטגעמאכט און האט ליידער פארלוירן אירע עלטערן און עטליכע געשוויסטער, צווישן זיי הרבנית חנה ע"ה די ערשטע רביצין פון הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל, זי האט געשמאכטעט אין די שווערע לאגערן אינאיינעם מיט איר ברודער הרה"ק בעל 'מנחת יו"ט' מסאסוב זצ"ל דער סימיהאלי רב, און נאכן קריג איז זי געפארן קיין אמעריקע וואו זי האט אויפגעשטעלט איר שטוב מיט איר מאן הגאון המפורסם ר' אברהם גרשון זאקס זצ"ל וועלכער איז געווען א רעכטער אייניקל פון הייליגן חפץ חיים זי"ע און האט אלס בחור זוכה געוועהן צו משמש זיין דעם גרויסן זיידן, און האט מיט אים אויפגעשטעלט א שיינעם דור.

די רביצין ע"ה איז אלע יארן געשטאנען צו די האנט פון איר גרויסן מאן, וועלכער האט דא אין אמעריקע ממשיך געווען די מסורה פון זיין זיידן דער חפץ חיים זי"ע און האט מייסד געווען די ישיבה 'חפץ חיים וכולל קדשים ראדין' וואו ער האט מרביץ תורה געווען יארן לאנג במסירת נפש און האט מעמיד געווען פילע הונדערטער תלמידים, ביז צו זיין פטירה בשנת תשמ"ט.

די רביצין איז געווען באוואוסט אלס אן אשה מלומדת ומשכלת, זי פלעגט כסדר דערציילן הערליכע זכרונות פון דער אלטער היים וואס זי האט מיטגעלעבט פון אלס קינד, און האט דאס ווייטער איבערגעגעבן פאר'ן קומענדיגן דור.

די לוי' איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג אין מאנסי, און מיטוואך נאכמיטאג וועט די לוי' ארויסגיין אין ירושלים עיה"ק ביי ביהמ"ד סאטמאר אויף רחוב חגי, אין שפיץ פונעם ראש המשפחה יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, די רעבעצין וועט קומען לקבורה אויפ'ן הר הזיתים סמוך ונראה צו מקום מנוחת בעלה ע"ה.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ