זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
וימת יהוש"ע עבד ה': פארלאפענעם ערב שבת פרשת ואתחנן איז אין וויליאמסבורג נפטר געווארן איינער פון די חשוב'סטע און געהויבענסטע אידן אין שטאט הגה"צ חסידא ופרישא רבי שמעון יהושע באנדא זצ"ל, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון 79 יאר נאכ'ן זיין נישט געזונט די לעצטע תקופה.
דער חשוב'ער נפטר זצ"ל איז געווען א זוהן פון הרה"ח ר' אלטר חיים פינחס מרדכי באנדא ז"ל שו"ב אין פעסט, און איז געווען אן איידעם ביי הרה"צ ר' שלמה בראנסדארפער זצ"ל [פאטער פון הגאון המפורסם רבי מאיר בראנסדארפער בעל קנה בושם זצ"ל].
אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך געווייקט ביי הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע און האט כל ימיו זיך געקאכט מיט'ן וויזניצער פלאם, שפעטער האט ער מדבק געווען אין הרה"ק מסאטמאר זי"ע און האט געאטעמט מיט זיין הייליגע שיטה פון א פולקאמע התבדלות מרשעים, און איז אויך פארבליבן שטארק דבוק אין ממלא מקומו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל און יבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האבן אים ארויסגעוויזן א שטארקן הערצה, ער איז געווען פון די געהויבענע געשטאלטן וואס האט אלע יארן באשיינט מיט זיין אנוועזנהייט דעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אויף ראדני סט. וואו אלע מתפללי ובאי הביהמ"ד האבן אים געשעצט וויסנדיג אז דער איד איז אן איש מורם מעם וואס ממש אין כדוגמתו.
ספעציעל האט ער אנגעהאלטן א קשר אמיץ וחזק אין זיין רבי'ן הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל און יבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א צו וועם ער פלעגט בקביעות קומען צו פארן להסתופף בצל הקודש. אזוי אויך האט ער אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיט אנדערע צדיקי הדור צווישן זיי הרה"ק מפשעווארסק זצ"ל, הרה"ק מטאהש זצ"ל, הרה"ק מספינקא זצ"ל און הרה"ק מסקולען זצ"ל, צו וועם ער פלעגט כסדר פארן.
דער נפטר זצ"ל איז געווען גאר א געהויבענער איד און א ירא אלקים וועלכער האט געדינט השי"ת אויף א פארנעם ווי די אמאליגע חסידי קמאי, ער איז געזעצן און געלערנט יומם ולילה און האט אראפגעלייגט א טעגליכן דאווענען מיט התלהבות און השתפכות הנפש וואס האט מעורר געווען אלע ארומיגע, ובפרט בשבתות וימים טובים, ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין קדושה ופרישות אין אלע ענינים ובפרט בכשרות המאכלים, און איז געווען באוואוסט מיט זיין אויסטערלישן שמירת עינים און שמירת הדיבור. און אין די זעלבע צייט איז ער געווען דער ענוותן כהלל זייענדיג ביי זיך גארנישט און האט זיך שטענדיג אראפגעלאזט צו יעדן איד במאור פניו, און כל ימיו פלעגט ער ארומלויפן נאך געלט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.
דער נפטר זצ"ל האט אויפגעשטעלט גאר א חשוב'ע שטוב פון דורות ישרים ומבורכים וועלכע גייען אין זיינע הייליגע וועגן.
די לוי' איז פארגעקומען ערב שב"ק פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני סט. און תיכף נאך שבת איז די מטה אפגעפירט געווארן קיין ארץ ישראל וואו די לוי' וועט ארויסגיין היינט זונטאג ביינאכט פארנט פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, און ער וועט קומען לקבורה אויפ'ן הר הזיתים.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.