מנוחת אהבה: מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם בנין הכנסת אורחים אין טשענגער בראשות האד' מסאטמאר

זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט צופרי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם מופת הדור דער הייליגער מנוחת אשר זי"ע אין שטאט טשענגער אין אונגארןאין ראם פונעם מסע התעוררות צו די קברי אבות אין אייראפע, און דערביי אפגעראכטן א מעמד קביעת מזוזה צום נייעם פרעכטיגן בנין הכנסת אורחים אין שטאט.

מוצש"ק שפעט ביינאכט האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט פון סיגוט, רומעניע, אריבערפארנדיג דעם גרעניץ קיין אונגארן, אויפ'ן וועג קיין אוהעל. ארום פיר אזייגער פארטאגס האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט על אם הדרך אין שטאט טשענגער, אויף א לינת לילה.

אנקומענדיג האט דער רבי צוערשט קובע געווען א מזוזה אויפ'ן אייגענעם צימער, אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים. ארום זיבן אזייגער צופרי איז דער רבי אריבער צו די נייע הערליכע מקוה, וואס איז געווען פולקאם צוגעגרייט און געהייצט, צוגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן, אויף וואס דער רבי שליט"א האט שטארק באדאנקט און אויסגעדרוקט התפעלות פון די פעולות אויפצובויען דעם בנין הכנסת אורחים און אלעס ארום.

דערנאך האט דער רבי קובע געווען מזוזות אויפ'ן נייעם בנין הביהמ"ד, און דערנאך אויסגעדרוקט השתוקקות ארויפצוגיין על ציון קדשו פונעם מנוחת אשר, מתפלל זיין ביום המסוגל ער"ח, דערמאנענדיג אז דער ייטב לב האט זיך אויסגעדרוקט אויפן מנוחת אשר אז ער איז דער מופת הדור. דער רבי איז אריבער דעם קורצן וועג צום בית החיים, וואס געפינט זיך א שפאן אוועק פונעם בנין הכנסת אורחים, דערציילנדיג סיפורי קודש פונעם מנוחת אשר.

אנקומענדיג צום אהל הק' האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות ספר רביעי שבתהילים. אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים און ווידער ערווענט מיט התפעלות די פעולות חשובות אהערצושטעלן דעם מקום מיט אלע באקוועמע צוגעהערן פאר די שופכי שיח וואס קומען מתפלל זיין ביים מנוחת אשר.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן