בשורות טובות: האד' מסקולען ארויס פון אינטענסיוו קעיר נאך שינוי לטובה אינעם מצב הבריאות

מיטוואך פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


תפילות ישראל עושה רושם: פון די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן הערט מען ב"ה גוטע בשורות איבער א שנוי לטובה אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפואה שלימה, אדאנק תפילות ישראל איז דער רבי היינט ארויס פון די אינטענסיוו קעיר אפטיילונג אין שפיטאל, נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן סטאבליזירט די מצב און טיילווייז געהיילט די אינפעקציע, ווי זיי געבן איבער האבן זיך די נוממערן פון די קארבאן דיאקסייד סטאביליזירט וואס באדייט אז די רבי שליט"א דארף נישט זיין צוגעבינדן צו מאשינען ווי ביז איצט, די רבי שליט"א וועט לעת עתה פארבלייבן אין שפיטאל אונטער א שטענדיגע אויפזיכט פון דאקטוירים און כלל ישראל איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואתו השלימה והמהירה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל