ובאו ציון ברנה: האד' מצאנז קלויזנבורג וועט אונטערנעמען מסע הקודש קיין ארה"ק קומענדיגן חודש אלול

מאנטאג פ' פנחס • ט"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן נאכט ביים גראנדיעזן כינוס "והופע והנשא" פאר כלל חסידי צאנז קלויזנבורג איז געמאלדן געווארן די איבערראשנדע בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א וועט לויטן יעצטיגן פלאן אונטערנעמען א מסע הקודש קיין ארה"ק, אויף דעם קומענדיגן חודש אלול, וואס וועט זיין ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים עם חסידי צאנז קלויזנבורג אין ארה"ק מיטצולעבן א שבת פרטי בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א.

דאס קומט אין צייט וואס חסידי צאנז קלויזנבורג זענען איינגעשפאנט כאיש אחד ובלב אחד צו העלפן אויפבויען די גיגאנטישע נייע בניני הקהלה אין ירושלים און בני ברק, וואס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט אלס אכסניא של תורה ותפילה און פאר די צרכי המוסדות, און תל תלפיות פאר חסידי צאנז קלויזנבורג אין ארה"ק.

דער פארצווייגטער פראיעקט איז געמאלדן געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א ביים עריכת שלחן הטהור דעם פארלאפענעם כ"ה ניסן, ערווענענדיג אז ער האט פערזענליך גענומען אויף זיך דעם מולטי מיליאן דאלער'דיגן פראיעקט און דערביי ארויס מיט א קריאת הקודש פאר יעדן צאנז קלויזנבורגער חסיד באשר הוא שם, צו נעמען א חלק און זיין א שותף אין דעם הייליגן אונטערנעמונג. נאכדעם וואס מ'האט בשעתו אין א מזל'דיגע שעה געשלאסן מקח אויף די גיגאנטישע שטחים פאר די נייע בנינים, איז תיכף געלאזט געווארן אין גאנג די פאקטישע בוי פלענער, ווען גלייכצייטיג האבן די חסידים פלאם פייערדיג מאביליזירט לעשות רצון צדיק און אים העלפן שאפן די אסטראנאמישע סכומים וואס ער האט גענומען אויף זיינע הייליגע פלייצעס.

די געפלאנטע מסע הקודש קיין ארה"ק וועט דינען אלס מטרה צו שענקען די אות הוקרה פאר די חסידים תושבי ארה"ק, וועלכע האבן זיך אונטערגענומען צו שאפן פון 120 טויזנט שקל און העכער, וועלן בשכר זאת זוכה זיין צו די זעלטענע מתנה טובה, מיטהאלטן א פריוואטן שבת בבית המלך, מיט'ן רבי'ן שליט"א בשערי קרתא דשופריא, וואס אנטשפרעכט צו זיין א הייליגע איבערלעבעניש און חטיבה אחת פון קדושה והתרוממות עילאה, דערווייל איז נאכנישט באשטימט געווארן קיין פונטליכע דאטום פון די נסיעה, מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ