פרייטאג פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעידט: סאטמארע נייעס
נעכטן אין די נאכמיטאג שעות איז דער פראמינענטער חרדי'שער פילאנטראפ הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שרון פון פלעטבוש אריבערגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, ווען דערביי האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט איינבעטנדיג בבקשה נמרצה ביים גרויסן פילאנטראפ ער זאל אויסנוצן זיינע פאליטישע קשרים מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ יר"ה וואס לויפט יעצט שטארק פאראויס אין פרעזידענט וואלן, אים מסביר זיין די ביטערע גזירת החינוך וואס לויערט אויפ'ן יהדות ניו יארק.
דער נגיד האט אפגעהאלטן דעם באזוך זיך צו טרעפן מיט הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א, איבער אירע פילצאליגע צדקה צוועקן און פעולות פאר חולי ישראל, און איז צוערשט אריין בקודש פנימה ביים רבי'ן שליט"א, מקבל זיין ברכת קדשו, וואו ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פולע פעולות און צדקות פונעם נגיד בעניני הכלל.
אין א צייט וואס כלל ישראל שטייט אין ברען פון א שווערע מלחמה אפצושאפן די שרעקליכע גזירת החינוך, און מאכטפולע פעולות ווערן געטאן אויף אלע פראנטן פון דורון ותפלה ומלחמה, האט דער סאטמארער רבי שליט"א, וועלכער איז עומד כשר צבא ה' בראש המלחמה, אויסגענוצט די גורל'דיגע זמן אינעם הייסן פרעזידענט וואל-סעזאן, צו אנגרייטן דעם באדן פון שתדלנות ביים גאנץ-מעגליכער קומענדיגער פרעזידענט, צו האבן דעם אוזן קשבת און אפענע טיר להעביר את רוע הגזירה דורכ'ן אומבאגרעניצטן מאכט פונעם סאמע העכסטן פירער אין לאנד, זיך איינבעטנדיג ביים נגיד ר' רובי ער זאל אויסנוצן זיין מאקסימום כח פון השתדלות פארצושטעלן פאר טראמפ די פונקטליכע דעטאלן פון די רשעות'דיגע גזירה, און זיך איינבעטן ביי אים צו שטיין אויף די רעכטן פונעם אידישן באפעלעקערונג אין ניו יארק, און זיי העלפן ווייטער מחנך זיין זייערע קינדער כמסורת יהדות מדור דור אן א שום שינוי פון ביז היינט.
ווען דער נגיד האט געפרעגט דעם רבי'ן צי ער וויל נאר דאס, אדער ער דארף אויך געלט, האט דער רבי שליט"א קאטעגאריש דערקלערט אז ניין, ער דארף נישט קיין געלט, געלט איז דא ב"ה גענוג, ער וויל יעצט נאר דאס, מען מוז ראטעווען דעם הייליגן חינוך, און ער בעט אים בכל לשון של בקשה ער זאל העלפן די מערכה מיט זיינע געזונטע קשרים ביי טראמפ למען הצלת חינוך הטהור אין ניו יארק.
דער נגיד האט דערביי פארשפראכן נאכצוקומען דעם רבי'נס בקשה, אויף וואס דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט און מאציל געווען ברכת קדשו, און ער זאל מצליח זיין אין די הייליגע מיסיע, שלא יכשל בלשונו און קענען מטה זיין לב המלכות לטובה בעז"ה.
דערנאך איז דער נגיד אריבער צו הרבנית הצדיקת תליט"א און א לענגערע צייט איבערגעגאנגען די פילצאליגע צדקה וחסד פראיעקטן מיט וואס די חשוב'ע רעביצין תליט"א איז עוסק און בפרט פאר די פעולות פאר די אלמנות, און איבערגעלאזט א ריזן סכום פאר די פילע צוועקן.