בשורה טובה: האד' מפאריסוב אויפן וועג אהיים נאך לאנגע חדשים אין שפיטאל

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאך לאנגע חדשים וואס אידן איבער די וועלט האבן מתפלל געוועהן און איינגעריסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א, וואס איז מיט עטליכע חדשים צוריק אפגעפירט געווארן אין שפיטאל זייענדיג אין א שווערע צושטאנד, קומט אן די פאזיטיווע נייעס, אז דער רבי שליט"א איז שוין ב"ה אויפן וועג אהיים פון שפיטאל, די רבי שליט"א איז נאכנישט אינגאנצן צוריק צו די כוחות און איז נאך גאר שוואך, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל 'על הצדיקים ועל זקני עמך בית ישראל יהמו נא רחמיך' מרן חנניה יוסף עקיבא בן רוחמה ליבא לרפואה שלמה בתוך שאר חולי עמו ישראל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל