קרית יטב לב • גרינדונג פון נייעם "וועד הקריה" נתמנה דורך האד' מסאטמאר צו שטיין צוהילף מיט אלע צרכי העיר

זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען א מעמד לחיים לרגל די גרינדונג פונעם "וועד הקריה" פון עטליכע חשובע בעלי בתים וועלכע וועלן פארפיגן אויף אלע שטאטישע אנגעלעגנהייטן אינעם סאטמארער יישוב קרית יטב לב אין בלומינגבורג און ארויסהעלפן מיט אלע ברייטפארצווייגטע פעולות להצלחת ופריחת העיר הגדולה לאלקים.

קרית יטב לב איז היינט צו טאגס אן אוועקגעשטעלטע שטאט מיט אלע הצטרכות ברוחניות ובגשמיות, מיט א מספר פון תושבים וואס שטייגט מיום ליום ומחודש לחודש, אין צוגאב וואס אצינד האלט מען אינעם סאמע ברען פון אויפבויען א רייע פון נייע גרויסארטיגע דעוועלאפמענטס מיט טויזנטער נייע הייזער צו אקאמאדירן א פרישע פלייץ פון נייע איינוואוינער.

צוליב די שנעלע וואוקס און בליה בס"ד האט זיך ארויסגעשטעלט די וויכטיגע צורך השעה צו אויפנעמען א באשטימטע "וועד הקרי'" וואס זאל זיין געשטעלט איבער אלע גשמיות'דיגע אנגעלעגנהייטן פונעם שטאט, ועל פיהם ישק כל דבר וויאזוי זיך צו באגיין אויף טריט און שריט מיט די פארשידענע פראיעקטן, איבערקוקן און באשטעטיגן יעדע זאך לטובת העיר ותושביה.

דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א – וואס ווי באקאנט איז עינו ולבו שם כל הימים, האבנדיג א שטארקע געפיהל פאר די הצלחה פונעם שטאט, ווען די רבי שליט"א זעלבסט האט בוחר געווען קובע צו זיין מעון קדשו וואו ער קומט ארויס אויף אפטע באזוכן סיי בימות החול און אזוי אויך צו פראווענען געהויבענע שבתים – איינגעזעהן די געוואלדיגע צורך השעה ממנה זיין א ספעציעלע וועד, און באאויפטראגט עטליכע מנכבדי העדה וועלכע זענען פאסיג צו דינען אויף די פאזיציע.

ביים 'מעמד לחיים' יעצט מאנטאג פארנאכטס אין שטוב פון רבי'ן שליט"א, זענען געווען אנוועזנד די חשובע עסקני העיר, אינאיינעם מיט די נייע חברי ועד הקרי', און דעם רבינס זוהן הרה"צ רבי אהרן  טייטלבוים שליט"א, זייענדיג געשטעלט אלס א שליח נאמן ויד ימינו פון אביו הגדול די רבי שליט"א פאר אלע אנגעלעגנהייטן פונעם שטאט. דער רבי שליט"א האט גאר שטארק ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס מ'זעהט ב"ה ווי עס צושפרייט זיך אויף אלע זייטן, און דעריבער איז גאר וויכטיג אז די וועד הקרי' זאל קענען שטיין צוהילף אז אלעס זאל זיך פירן מיט א פאראייניגטע כח עצהיו"ט, וואס אין דעם איז תלוי די ווייטערדיגע הצלחה, און דערנאך האט ער ווארעם אנגעוואונטשן מברכות קדשו פאר אלע חברי הוועד  הלא המה: מוה"ר זיידא ישראל חיים בערקאוויטש הי"ו, מוה"ר יואל בראווער הי"ו, מוה"ר חיים הערש גאלדבערגער הי"ו, מוה"ר יקותיאל מאיר גראס הי"ו, מוה"ר בנימין ווערצבערגער הי"ו, און מוה"ר יואל מאנן הי"ו. 

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ