שטאט אנטווערפען באוויינט פטירה פון הגאון רבי אליעזר פרייפעלד זצ"ל ראש ישיבת 'עץ חיים' ווילרייק

זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

מיט צער און טרויער איז היינט מוצאי יום טוב אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה, איבער די פטירה פון הגאון הגדול ר' אליעזר פרייפעלד זצ"ל ראש ישיבת 'עץ חיים' ווילרייק מזקני ראשי הישיבות באייראפע, וועלכער איז דעם ערשטן טאג שבועות – קבלת התורה נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין טיפן עלטער פון דריי און ניינציג יאר.

דער ראש ישיבה איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יעקב אין שטאט לייפציג אין דייטשלאנד אין יאר תרצ"ב, ער איז אנטלאפן קיין ענגלאנד מיט זיינע צוויי ברידער עטליכע וואכן פארן אויסברוך פונעם וועלט קריג, אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אין א לאקאלער שולע און ערשט ביי די 16 יאר איז ער אריין לערנען אין די ישיבה אין געיטסהעד. ער האט געדינט אלס רב פון די אייזענמאן בית הכנסת און מחבר געווען די ספרים אמרי אליעזר על התורה.

דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים אין שטאט אנטווערפען, אסאך אויפגעטון לכבודה של תורה און פאר אידישקייט ענינים, און מדריך געווען טויזענטער תלמידים על דרך התורה והמסורה. די לוי' איז פארגעקומען אסרו חג שבועות אין אנטווערפען, ערשט אין די ישיבה עץ חיים ווילרייק אויסער די שטאט דערנאך ביים בנין הקהילה 'מחזיקי הדת' אין אנטווערפען, און פון דארט צום בית החיים אין פיטטע האללאנד וואו די ראש ישיבה איז געקומען לקבורה אויפן חלקת הרבנים.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ