האד' מגור ביים סיום כתיבת האותיות פארן נייעם ספר תורה נדבת הנגיד ר' יחיאל קאהן הי"ו

פרייטאג פ' נשא • ח' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

נעכטן אסרו חג שבועות אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' יחיאל קאהן הי"ו חבר מועצת הנשיאות פון איחוד מוסדות גור וואו די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות אינעם ספר תורה וואס ר' יחיאל האט מנדב געוועהן פארן גערער שטיבל אין שנעלער בראשות הרה"צ רבי דוד אלתר שליט"א בנו הצעיר פונעם רבי'ן שליט"א. די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים און איבערגעלאזט ברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן