רְפוּאָה שְׁלֵמָה תְּרַפְּאֵנוּ • מצב ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א פארערגערט דורכאויס שבת

זונטאג פ' בחוקותי – ל"ג בעומר • י"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: ארי פריינד

דורכאויס דעם שבת האט זיך דער מצב ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א גאר שטארק פארערגערט די רבי שליט"א נאך א שווערע אינפעקציע אין די בלוט וואס מען האט נישט מצליח געווען צו באהאנדלען, און דורכאויס די נאכט איז די מצב געווען גאר שווער.

א גרויסע עצרת תפילה קומט פאר היינט אום 4:30 אכמיטאג אין ביהמ"ד הגדול קאסוב אין בארא פארק, וואו מען וועט אין דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר – "כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק", אויסזאגן גאנץ ספר תהילים, און מעורר זיין רחמי שמים פארן רבינ'ס געזונט, מרן שרגא פייוויש בן מלכה לרפואה שלימה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ