צִי"ר נֶאֱמָן לְשֹׁלְחָיו: הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א ערוועלט אלס גאב"ד ציריך

מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

די עיר ואם בישראל ציריך שווייץ האט דעם היינטיגן מאנטאג זוכה געווען צו ערוועלן אן איש על העדה, ווען אן איבערוועגנדע מערהייט שטימען פון די שטאטישע חרדי'שע קהלה "אגודת אחים" האבן בוחר געווען אלס זייער רב הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א, חתנו חביבו פונעם פריערדיגן רב לאנגיעריגן באליבטן רב הגה"צ המפורסם רבי שאול ברייש זצ"ל גאב"ד ציריך.

דער ניי-ערוועלטער רב שליט"א איז א זוהן פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א און איז שוין רבות בשנים נערץ ומכובד בקרב הקהלה אין ציריך, דינענדיג אלס דומ"ץ דקהל אגודת אחים, און איז אריינגעטאן בעובי הקורה בכל קדשי וצרכי רוחני פונעם ארטיגן אידנטום, ווי כשרות, עירובין, שחיטה, דיני תורה, זיך אפגעבנדיג מיט געטריישאפט אז אלעס זאל זיך פירן כדת וכשורה. באזונדער דינט דער רב אלס ראה"כ אינעם ארטיגן כולל, און איז מעורב מיט פעולות נמרצות אין אלע מוסדות החינוך, ועל פיו ישק כל דבר. לעצטע יאר האט דער רב אויך געעפנט א ישיבה קטנה וואו עס שטייגן אויס תלמידים מופלגים בתורה ויראה.

במשך די גאנצע תקופה זינט די פטירה פונעם שווער ז"ל, איז דער רב שליט"א פארבעטן געווארן דורך די הנהלת הקהלה למלאות מקום כבודו, און אצינד נאכ'ן ערהאלטן די הסכמה און ברכת קודש פון מערערע גדולי ישראל, ובראשם כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכע האט שטארק צוגעשטופט דעם דיין אנצונעמען דעם תקפיד, איז דעם היינטיגן טאג י"ב אייר אפגעהאלטן געווארן וואלן, וואו דער רבי איז מיט א מערהייט שטימען פון 86 פראצענט נתמנה געווארן אלס דער נייער רב הקהלה, לשמחת לבם פון די הונדערטער תושבי העיר וחברי הקהלה וועלכע וואונטשן זיך א הארציגע ברכת "מזל טוב" צו די גרויסע מאמענט.

א גרויסארטיגע הכתרה ווערט געפלאנט אין די נאנטע צוקונפט, וואו מ'וועט פייערן די אויפנאמע ברוב פאר והדר בקרב כל העדה הקדושה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ