"זעקת התורה" פון מרן הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע איבער גזירת גיוס בני הישיבות

מוצאי שבת פ' אמור • י' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

גאר שארפע ווערטער זענען געהערט געווארן דורך מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע בהיכל ישיבת פונוביז אין בני ברק וואו דער ראש ישיבה האט געהאלטן א הספד ככלות י"ב חודש לפטירתו פונעם ראש ישיבה מרן הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל.

בסיום דבריו האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א באצויגן צו דעם שווערן גזירת הגיוס וואס הויערט איבער די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בני הישיבות וכוללים אין ארץ ישראל זאגנדיג אז דאס איז א גרויסן אומגליק פארן גאנצן חרדישן יישוב אין ארץ ישראל. די ראש ישיבה האט זיך געוואנדן צו אלע רעגירונג פירער און פאליטישע פיגורן וועלכע זוכן אריינצושליידערן די תלמידי הישיבות אין זייער טריפענעם מיליטער און אויסגעשריגן קלאר און דייטלעך אז קיין שום בחור וועט זיך נישט שטעלן אינעם מיליטער אויף קום שום פאל. די ראש ישיבה האט באטאנט אז עס איז נישט שייך צו באגרייפן דעם חורבן וואס ערווארט אונז און אז ער קען נישט מפרט זיין, און מסיים געוועהן מיט א תפילה אבינו מלכנו בטל מחשבות שונאינו.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ