דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
די וואך שבת פרשת אמור וועט כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א וויילן אויף שבת קודש אין בארא פארק בצל הקודש פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
היינטיגן ליל שישי האט דער סקולענער רבי פון מאנסי אויסגעדרוקט עז חפצו ורצונו ווידעראמאל צו קומען מיטהאלטן א שבת ביים עלטערן ברודער דער סקולענער רבי שליט"א און לראות בשלום אחיו נאך די שווערע דורכגאנג אין געזונט וואס די רבי איז דורך, איז היינט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן, אז דער רבי וועט וויילן אויף שבת אין בארא פארק און פראווענען די תפלות און טישן צוזאמען מיטן ברודער דער רבי שליט"א בשבת אחים גם יחד, במקום שהתפללו בו אבותיהם הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע.
פרייטאג צונאכטס וועלן די רבי'ס אריינקומען צום טיש ארום 10:00 אזייגער, שבת צופרי נאכן דאווענען וועט פארקומען די מיטאג טיש בצוותא חדא אין אזוי אויך שלש סעודות אין סקולענער ביהמ"ד.