שוואכקייט באפאלן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א; שבת של שמחה אפגעשטופט אויף קומענדיגן שב"ק

מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

צוליב א שוואכקייט וואס האט באפאלן כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א די לעצטע פאר טעג, איז די רבי שליט"א די וואך נישט ערשינען צו מנחה אין גרויסן ביהמ"ד. היינט האט די רבי געשיקט בשליחותו זיינע קינדער הרבנים הגאונים שליט"א בנו בכורו הרה"צ רבי אברהם מרדכי און בנו צעירו הרה"צ רבי דוד שליט"א מנחם אבל צו זיין ביי די קינדער פון כ"ק האדמו"ר מביאלא זצוק"ל, און אנדערע נייעס איז די קידושא רבא וואס האט געלאזט פארקומען דעם שבת בחצר הקודש גור און ירושלים, אפגעשטופט געווארן אויף די קומענדיגער שבת פ' בהר ווען די רבי שליט"א וועט בס"ד צוריק קומען צו די כוחות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל