"המתקת הדינים" אין תורת חכם; חצוצרות, הושענות און נשמת לאור שווערער עת צרה פאר אידישע קינדער אין ארץ ישראל

זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: דוד כהן

דעם מוצאי שבת נאך שלש סעודות בחצר הקודש תורת חכם ווען עס איז אנגעקומען די ידיעה צו האד' הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם איבער די שווערער עת צרה פאר אידישע קינדער אין ארץ ישראל נאכדעם וואס איראן האט דורכגעפירט א דירעקטע מיליטערישע אטאקע אויף מדינת ישראל וואס דראעט א געפאר פון א פולשטענדיגער מלחמה, האט דער מקובל אנגעהויבן שיר המעלות ממעמקים אויפן נוסח ימים הנוראים. נאך מעריב אין הבדלה ווען עס האט שוין אנגעהויבן פליען דראונס און מיסילס, האט דער מקובל אנגעהויבן זאגן סליחות י"ג מידות און הושענות, להעביר את רוע הגזירה.

דערנאך האט מען געבלאזן מיט חצוצרות אזויווי עס ווערט שוין געברעגנט אין הלכה ביי א עת צרה און תענית ציבור ווען די רבי שליט"א דינט אלס בעל מקריא. צום שלוס האט מען אינאיינעם געזאגט נשמת מיט גרויס התעוררות און מיט כח הרבים איינגעריסן וועלטן אז דער רבוש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער בכל מקומות שהם.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ