הנגיד ר' יעקב ווייס הי"ו אפגעקויפט זכות שער פון נייעם פאפא כולל ביי חתימת שטרות במעון האד' מפאפא‎

מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

פארלאפענעם ליל שישי (שמיני) איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א א מעמד חתימת שטרות ווען הנגיד ר' יעקב ווייס הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שער פונעם נייעם בנין הכולל דחסידי פאפא, על שמו וזכרו פון זיין פאטער הרה"ח ר' אהרן ווייס ע"ה, 'שער אהרן'. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה די דיין הרה"ג ר' יעקב יוסף פישער שליט"א ראש חבורה אינעם כולל, און די רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט מיט די רבני הכולל.

דערנאך האט די רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן, און איהם געשאנקען א מתנת קודש א כוס של אליהו צום סדר נאכט.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן