מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זי"ע וואס איז אויסגעפאלן נעכטן ט"ז אדר, זענען די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ארויף צום ציון הק' אין חצר פון די גערער ישיבה 'שפת אמת' אין ירושלים, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, הרה"צ רבי יעקב מאיר אלתר שליט"א בנו בכורו פונעם בעל ההילולא אין הרה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם.
נאכן עלייה לציון איז די ראש ישיבה אנגעקומען לבית מדרשו און יורד געוועהן לפני התיבה צו שחרית, און נאכן דאווענען אפגעראכטן א מסיבת לחיים אין פארגעלערנט משניות כנהוג. די צענטראלער סעודת הילולא דאס יאהר איז פארגעקומען ביים ערשטן יארצייט אום חודש אדר א'.