הערליכע שידוך געשלאסן אין די הויפן פון סאטמאר – קאלוב – הארדענקא

מיטוואך פ' ויקהל • כ"ו אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

א שיינע רבישע שידוך איז געשלאסן געווארן היינט, ווען עס איז אריין בברית האירוסין החתן א זוהן פון הגה"צ ר' אלכסנדר אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ בן כ"ק אדמו"ר מהארדענקא פלעטבוש שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, מיט די כלה אן אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א טאכטער פון זיין זוהן הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט חתן הגה"צ אבד"ק שאפראן זצ"ל.

די שמחת קישור החיתון איז פארגעקומען אין די פארמיטאג שעהן בביתו נאווה קודש פונעם זיידן די סאטמארער רבי שליט"א, שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען א מעמד לחיים בביתו נאווה קודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א אין וויליאמסבורג.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן