ביקור חולים • האד' מצאנז באזוכט ביי האד' מראחוב אין די לניאדא שפיטאל

מיטוואך פ' תרומה • ה' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען צו די לניאדא שפיטאל אין קרית צאנז אויף ביקור חולים ביי כ"ק האדמו"ר מראחוב שליט"א וועלכע איז דעם אנהייב וואך אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע ל"ע. די רבי האט דורש געוועהן בשלומו זיך אינטרעסירנדיג אינעם מצב הבריאות אין אנגעוואונטשן א רפואה שלימה.

גלייכצייטיג איז אויפגענימען געווארן די בשורה טובה ומשמחת אז די רבי שליט"א איז ערווארטעט היינט דורכן טאג אהיימצוקומען פון שפיטאל נאך א שינוי לטובה אינעם מצב, די רבי וועט זיך ווייטער ערהוילן אין שטוב ביז צו זיין גענצליכער רפואה בס"ד.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ