בית שמש מעיאר קאנדידאט משה אבוטבול איז מקבל ברכת קדשו פון האד' מוויז'ניץ צום ווידערוויילונג

דינסטאג פ' תרומה • ד' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט אויפדערנאכט איז אריין אל הקודש פנימה צו מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א די מעיאר קאנדידאט אין שטאט בית שמש מטעם אגודת ישראל אין ש"ס הרב משה אבוטבול מקבל צו זיין ברכת קדשו צו די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג.

אנוועזנד ביים באזוך זענען געווען די חשובע עסקנים פון די וויזניצער אין די גערער קהילות אין בית שמש, וואו עס איז אויפגעברעגנט געווארן פארשידענע וויכטיגע טעמעס אין נושאים איבער פארשידענע צרכים ברוחניות ובגשמיות פון דעם עיר גדולה לאלוקים בית שמש די מעיאר קאנדידאט האט פארשפראכן צו שטיין צו די האנט מיט וואס עס פעלט אויס למען קדושת העיר אין לטובת אירע טויזנטער איינוואוינער אין די רבי איהם אנגעוואונטשן מיט הצלחה צום ווידערוויילונג.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ