חסדי השם כי לא תמנו • האד' מסקולען באפרייט פון שפיטאל אין אריזאנע

דינסטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

מיט גרויס דערלייכטערונג איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה ומרנינה פון אריזאנע אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל לשמחת לבם פון חסידי סקולען וכל בית ישראל, נאך גאנצע צוויי וואכן וואס דער רבי איז געוועהן האשפיטאליזירט נאך פארשידענע געזינטהייט קאמפליקאציע'ס.

יעצט נאכמיטאג איז דער רבי באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך א שינוי לטובה אינעם מצב אדאנק תפילות ישראל, די רבי שליט"א האט זיך צוריק געקערט צום מקום הנופש אין טוסאן אריזאנע וואו דער רבי וועט זיךאויפהאלטן די קומעדיגע תקופה און זיך ווייטער ערהוילן בסייעתא דשמיא.

דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע רפואה וחיזוק הכוחות פונעם רבי'ן מרן ישעי' יעקב בן רייזל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ