ועַל זִקְנֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל • חסידי ביאלא פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין לרפואת האד' מביאלא

זונטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

עַל הַצַּדִּיקִים ועַל זִקְנֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל יֶהֱמוּ נָא רַחֲמֶֽיךָ

חסידי ביאלא זענען היינט פארבעטן געווארן מתפלל צו זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון מורם ורבם כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכע ליידט די לעצטע טעג פון א חולשה, ווארשיינדלעך צוליב אן אינפעקציע אין די פיס וואס האט זיך צושפרייט אין טוט שטארק אפשוואכן דעם רבי'ן שליט"א.

טראץ זיין שוואכע כוחות איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו די נירות יעדן נאכט חנוכה אין גרויסן ביהמ"ד אין איז אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש ווי געהעריג, דעם שבת האט זיך דער מצב פארערגערט נאך פארשידענע שוועריקייטן מיטן אטעם. די רבי שליט"א געפינט זיך בביתו נאווה קודש אונטער די אויפזיכט פון א דאקטער אין מען האפט אז די רבי זאל קענען בייקומען די אינפעקציע אין צוביסלעך צוריק קומען צו די כוחות.

כלל ישראל איז מרבה בתפילה לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רבי'ן מרן בצלאל שמחה מנחם בן ציון בן חנה פעשא לרפואה שלמה בתוך שאר חולי ישראל.

*

די מודעה וואס איז היינט ארויס געשיקט געווארן פאר כלל חסידי ביאלא מטעם דעם רבינס שטוב

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ