ניי ערוועלטער ארגענטינער פרעזידענט באזוכט ביי האד' רבי דוד חנניה פינטו אין ארגענטינע

מאנטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

א ספעציעלע באזוך איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת אין שטוב פון האדמו"ר הרב ר' דוד חנני' פינטו אינעם ווייטן ארגענטינע, ווען דער ניי ערוועלטער פרעזידענט האוויער מילעי וועלכער איז באקאנט אלס אן אוהב ישראל, איז געקומען זיך באדאנקן פארן מקובל פאר זיין שטיצע.

פארגאנגענע וואך איז ערוועלט געווארן א נייער פרעזידענט אין לאנד ארגענטינע, וואו עס איז פארהאן א ריזיגע אידישע קהילה בליעה"ר, דער נייער פרעזידענט וועלכער האט געווינען די וואלן טראץ זיינע שוואכע שאנסן, איז שוין פון לאנג באקאנט אלס א גרויסער אוהב ישראל, און כסדר רעדט ער ארום איבער זיין פייערדיגע שטיצע פאר מדינת ישראל.

בעפאר די וואלן איז ער עטליכע מאל געקומען אפנעמען ברכת הקודש פון האדמו"ר רבי דוד חנני' פינטו, און אצינד נאך זיין שטוינענדע געווינס איז ער ווידער געקומען אפנעמען א ברכה, אנגעטון מיט א קאפל און באגלייט מיט זיינע געהילפן.

דעם מוצאי שבת איז ער אריינגעקומען אין שוהל וואו עס האט געוויילט הרב פינטו, און ארומגערעדט איבער זיין פייערדיגע שטיצע פאר אידן, האדמו"ר הרב פינטו האט געזאגט א תפילה און מתפלל געווען בשלום המלכות, ובשלום אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה, און דאן האט ער געוואונטשן ברכות לרוב פארן נייעם פרעזידענט ער זאל זעהן אסאך הצלחה, און קענען פירן די לאנד מיט א רואיגקייט.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן