כמנהג טשערנאביל • האד' מראחמיסטריווקא מאנסי געזאגט די סליחות בה"ב אין בעלזער שטיבל

מיטוואך פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א איז פאריגע וואך אנגעקומען דאווענען שחרית אין די בעלזא שטיבל אויף דיקעיטער אין מאנסי, די רבי שליט"א וועלכע איז מקפיד אויף די טשערנאבלער מנהג צו זאגן סליחות בה"ב, איז אנגעקומען ספעציעל דאווענען שחרית אין די בעלזא שטיבל ווי עס איז נהוג צו זאגן די סליחות פון בה"ב.

נאכן דאווענען האט זיך די רבי שליט"א אוועקגעזעצט צו א לחיים לכבוד די דהילולא קדישא פון זקינו דער הייליגער מאור עניים, ווי די רבי האט משמיע געווען מדברי תורתו אין דערציילט עובדות וסיפורים פונעם גרויסן בעל ההילולא.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן