דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א איז היינט אנגעקומען צוגאסט קיין אנטווערפען לטובת מוסדותיו הקדושים. נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס.
היינט אויפדערנאכט קומט פאר א מעמד קבלת פנים לכבודו בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אברהם גאטטעספעלד הי"ו.