האד' מקארלין סטאלין ביי לוי' פון אומגעקומענע קרבנות הי"ד ביי מלחמה אין ארץ ישראל

דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג האט זיך כ"ק האדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א באטייליגט ביי א לוי' פון איינע פון די אומגעקומענער קרבנות הי"ד ביי די שרעקליכע הריגות אין ארץ ישראל, די רבי שליט"א וועלכע האלט אן א נאנטן קשר מיט די באטראפענע משפחה איז ארויסגעקומען צום בית עלמין הר הרצל אין ירושלים וואו די רבי האט באגלייט די מיטה אין מחזק געוועהן די צובראכענע משפחה.

אין אנדערע נייעס איז היינט געמאלדן געווארן בחצר הקודש קארלין סטאלין איז דער יארצייט טיש היינט אויפדערנאכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע וועט געפראוועט ווערן אויף א באשיידענעם אופן צוליב די אומשטענדן בלויז פאר די חסידים אין גבעת זאב, באזונדערע יארצייט סעודות וועלן פארקומען אין אלע בתי מדרשים דחסידי קארלין סטאלין ברחבי ארץ הקודש.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ