האחין שחלקו • היסטאריע אין וויז'ניץ ווען האדמורי"ם מוויזניץ טיילן זיך מיטן קיטל פונעם אהבת שלום

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

היסטאריע האט זיך אפגעשפילט דעם יו"ט אין די וויזניצער הויפן אין בני ברק ווען נאך לאנגע יאהרן פון ארויסקוקן און ווארטן איז ווירקליך נתקיים געווארן דעם 'להחזיר עטרה ליושנה' ווען די היסטארישע חפץ קודש די אור אלטע ירושה קיטל פונעם ראש שושילתא דדהבא הרה"ק בעל 'אהבת שלום' מקאסוב זי"ע איז ווידער צוריק צו איר שורש אין אריין אין באנוץ דעם יום טוב ראש השנה דורך די אייניקלעך האחים האדמורי"ם מוויז'ניץ. די היסטארישע קיטל פונעם הייליגן אהבת שלום איז אריבער בירושה דור אחר דוד צווישן די צדיקים הקדושים לבית קאסוב אין וויזניץ, די תורת חיים, די צמח צדיק, די אמרי ברוך, און די אהבת ישראל. נאך די הסתלקות פון הרה"ק בעל 'אהבת ישראל' איז די קיטל אריבער בירושה צו בנו הרה"ק בעל 'דמשק אליעזר' מוויזניץ וואס האט זיך באנוצט דערמיט ביז צו זיין פטירה בשנת תש"ז. די קיטל איז דאן אנגעקומען צו זיין ברודער די אמרי חיים, און נאך זיין הסתלקות בשנת תשל"ב האט בנו הגדול הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע זוכה געוועהן צו דעם הייליגן קיטל מיט וואס די רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש אין די הייליגע טעג צענדליגע יאהרן און ליגט נאך גוט אין די זיכרון ביי פילע חסידי וויזניץ. נאך די הסתלקות פונעם ישועות משה איז די קיטל נישט געווען צווישן די פילע חפצי קודש און ירושה חפצים וואס די ברידער האדמורי"ם שליט"א האבן צוטיילט צווישן זיך, צוליב איר זעלטענעם חשיבות אין ווערד, אצינד אין די ימי הרחמים והרצון שטייענדיג נאך גאנצע 11 יאהר וואס די קיטל איז געווען באהאלטן האבן האחים האדמורי"ם מוויזניץ באשלאסן ארויסצונעמען דעם קיטל מגנזי המלך, ביים באזוך פאריגע וואך פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האבן די רבי'ס אויסגעשמועסט די פרטי פרטים ווי אזוי מוועט אנטיילן צווישן זיך די קיטל דורכאויס יו"ט ראש השנה שווה בשווה, דא זענען אריינגעקומען אין בילד די מקורבים און עושי דברם פון די אדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן אינאיינעם אויסגעארבעט אלע טעכנישע פרטים. די קיטל און צוגאב צו נאך צוויי חפצי קודש, די יארמולקע פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע און די גארטל פונעם סבא קדישא די 'אהבת ישראל' זי"ע זענען דעם ראש השנה ווידעראמאל געזעהן געווארן בחצרות הקודש לשמחת לבם פון חסידי וויזניץ אלוועלטליך. א טיפע התרגשות האט ארוגענימען וויזניצער חסידים ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ערשינען צום דאווענען די ערשטע טאג יו"ט במלוא הדרו אנגעטוהן מיט די בגדי תפארה, וואס האט אויפגעברענגט נאסטאלגישע זכרונות ביי יעדן זיך דערמאנענדיג די לעכטיגע זמנים פון אמאל, און אצינד איז מען זוכה צו דעם להחזיר עטרה ליושנה. די צווייטע נאכט יו"ט איז א דעלעגאציע בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען קיין קרית וויזניץ אפנעמען דעם קיטל און די אנדערע חפצים אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' מאיר דוד טאבאק פון וויליאמסבורג און העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש. די צווייטע טאג יו"ט צופרי בעת ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ערשינען אין בית מדרש אנגעטוהן מיט די היסטארישע קיטל האבן די חסידים אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ אויף די ניגון 'שיתחדש המלוכה שלו', און די רבי האט דערמיט געדאוונט די תפילות יו"ט מיט גרויס התרגשות און געגועים. וויזניצע חסידים צייכענען צו אן אינטערסאנטע אנעקדאט דאס אז די אדמורי"ם שליט"א האבן אנגעטוהן דעם קיטל גענוי 11 יאהר נאך די פטירה פון זייער פאטער די 'ישועות משה' די זעלבע צאל יאהר וואס די אמרי חיים האט אנגעטוהן די קיטל נאך די פטירה פון זיין פאטער די אהבת ישראל.

הרה"ק בעל 'ישועות משה' מוויז'ניץ זי"ע אנגעטוהן מיטן קיטל הושענה רבה איינע פון די יאהרן

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ