דינסטאג פ' האזינו א' • כ"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: רפאל שווארץ
היינט אויפדערנאכט איז כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א זיך וואונטשן צום נייעם יאהר, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס קרוב צו צוואנציג מינוט אין דער פוסק הדור האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים.