מאנטאג פ' האזינו א' • כ"ה אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי ה.
נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מפאפא שליט"א אנגעקומען אויף די העכסטע שטאק פון בית המדרש הגדול פאפא אויף בעדפארד עוו. וואו עס גייט אן העפטיגע בוי ארבעט איבערצובויען און פארטאפלען דעם היכל הכולל אינעם בנין ביהמ"ד הגדול די רבי האט באטראכט די פלענער פונעם קאסטבארן פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, צו גענצליך רענאווירן און פארברייטערן אויך דעם עקזעסטירענדע היכל הכולל, און דערביי פריש בויען באזונדערע נייע טרעפ ארויפצוקומען גלייך פון די גאס א נייע קאווע שטיבל, ריזיגע אוצר הספרים, פרישע ביה"כ און סינקס, אפיס פארן ראש הכולל, הערליך נייע טישן און בענק כראוי וכיאות פאר די בני תורה.