פייער אויסגעבראכן אין דארמיטארי געביידע פון פונוביז'ער ישיבה אין בני ברק

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

א פייער האט אויסגעבראכן דער נאכט אין די פונוביז'ער ישיבה אין בני ברק פון וואס 30 בחורים זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שטאבילן צושטאנד.

די פייער האט זיך אנגעהויבן ביי אן עלעקטריק קעסטל אינעם דארמעטארי בנין אויף רחוב הרב מעלצער, די בחורים אין עלטער פון 17 יאר זענען אויפגעוועקט געווארן אין די פארטאגס שעה'ן נאכוואס די דארמעטארי בנין איז געווארן פול מיט רויעך, די פייערלעשער אין ערשטע הילף האבן באוויזן ארויסצוראטעווען אלע 50 בחורים פונעם בנין, און בערך 30 פון די בחורים זענען אפגעפירט געווארן צו די ארומיגע שפיטעלער, מעיניי הישועה, תל השומר און שניידער נאכן אריינאטעמען צופיל רויעך, אלע געפונען זיך ב"ה אין א גוטן געזונט צושטאנד.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל