הגה"צ אבד"ק סיגוט וועט דינען אלס שליח ציבור ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג

דינסטאג פ' כי תבוא – י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

מטעם קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, איז היינט געמאלדן געווארן אז הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגעט וועט דאס יאר פארדאווענען פארן עמוד די תפילות השחריתים ביידע טעג ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

ווי באקאנט האט געדינט אלס בעל תפילה רבות בשנים הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל ראב"ד סאטמאר, די לעצטע צוויי יאר זינט די פטירה פונעם ראב"ד, האט געדאווענט פארן עמוד בנו בכורו פונעם רבי'ן הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א. אצינד נאך וואס דער ירושלימער רב האט אנגענימען דאס רבנות אין די קהילה הקדושה אין קרית יואל, וועט דער רב שליט"א פראווענען די יום טוב ראש השנה בקרב חסידי סאטמאר אין קרית יואל, און דארט דאווענען די תפילות פארן עמוד ברוב עם הדרת מלך. דעריבער איז אצינד געווארן אויפגענומען דעם רבינ'ס צווייטע זון הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א, צו דאווענען פארן עמוד אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.

אזוי אויך וועט דעם רבינ'ס זוהן הרה"צ רבי יואל טייטלבוים ארויספארן אויף יו"ט קיין ירושלים אין דארט דינען אלס שליח אין די סאטמארער קהילה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ