מונטאג פ' כי תבוא – י"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
קרעו שערי שמים: אין די יעצטיגער פארמיטאג שעהן האט זיך דער מצב הבריאות ביי כ"ק האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א שטארק פארערגערט, די רבי שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין שפיטאל אין פילידעלפיע ליידט פון א נעמאניע אין איז אין די לעצטע שעה אריינגעפירט געווארן צו די איי. סי. יו. אפטיילונג, וואו די רבי איז געווארן ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטער ה"י. כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פאר די גאנצע אין שנעלע ערהוילונג פונעם רבי'ן שליט"א מרן שלום מאיר בן צירל לרפו"ש.
והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.