בחסדי שמים • האד' מתולדות אברהם יצחק אהיימגעקומען פון שפיטאל

דינסטאג פ' כי תצא – ה' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

מיט דערלייכטערונג איז אויפגענימען געווארן די פאזיטיווע נייעס אז כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז נארוואס באפרייט געווארן פון שפיטאל לביתו נאווה קודש אין ירושלים, אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען אונטער די אויפזיכט פון די דאקטוירים. ווי די מקורבים ביים רבי'ן געבן איבער איז דא גאר שטארקע שאנסן און גרויס האפענונג דער רבי זאל זיך קענען מארגן משתתף זיין ביי די חתונה פונעם אייניקל וואס קומט פאר מארגן אין בני בארק . כלל ישראל איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואת מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה בקרוב.

*

דעם רבינ'ס שיירה ביים פארלאזן די הדסה שפיטאל אין ירושלים

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל