האד' מסערט וויז'ניץ וועט אנקומען אויף א ביקור קודש בקרב חסידיו אין ניו יארק אין קאנאדע

דאנערשטאג פ' עקב -ט"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות

מיט פריידיגע געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סערט וויז'ניץ בארצות הברית מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א וועלכער איז ערווארטעט אנצוקומען אויף א לענגערע באזוך אין אמעריקא און קאנאדע מחזק זיין עדת צאן מרעיתו בערי הגולה.

די רבי וועט מופיע זיין בשערי ניו יארק די קומעדיגע מיטוואך פ' שופטים ערב ראש חודש אלול, און פראווען א געהויבענעם שבת בקרב חסידיו אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, דורכאויס די ימי הביקור וועט די רבי אויפנעמען דעם ציבור חסידים לקראת ימי הרחמים והרצון און באשיינען עטליכע שמחות ביי די חסידים און תו מכי המוסדות. דינסטאג פרשת כי תצא וועט די רבי פארזעצן מיט די נסיעה קיין מאנטריאל און דאנערשטיג וועט זיך די רבי צוריק קערן למעון קדשו אין רמת וויזניץ חיפה.

הנה ימים באים

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל