ענבי הגפן • הערליכער שידוך געשלאסן בחצר הקודש סאטמאר

דאנערשטאג פ' עקב – ט"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס

דעם דינסטאג אויפדערנאכט א קורצע צייט נאך וואס כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך צוריקגעקערט קיין קרית יואל נאכן וויילן די לעצטע 4 וואכן אין ניו העמפשיר איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די שמחת קישור החיתון לרגל די שידוך שליסן פון נכדו החתן בן בנו הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב"ד סיגוט חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב – דאמבראוו, וחתן הגה"צ ר' יודא חיים האלבערשטאם שליט"א אבד"ק נאסויד.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם הערליכן יחוס און פון די גרויסע זיידעס פון אלע צדדים, מען האט מקבל קנין געווען, אין דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן די כלה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן