מעיאר פון שטאט אשדוד באזוכט ביי האד' משומרי אמונים לרגל השמחה במעון קדשו

דינסטאג פ' פינחס – ט"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

נעכטן דינטסיג נאכמיטאג צומארגנס פון די חתונה בחצר הקודש שומרי אמונים אשדוד איז דער מעיאר פון שטאט אשדוד יחיאל לסרי אריבערקומען אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון די פירענדע רבנים אין שטאט אשדוד, אפצוגעבן מזל טוב לכבוד די שמחה אינעם רבינ'ס הויף. די רבי שליט"א האט אויפגענימען דעם מעיאר בכבוד הראוי אין זיך באדאנקט פארן כסדר ארויסהעלפן די ארטיגע חרדישע געמיינדע, און פאר זיינע לייסטונגן לטובת העיר.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל