הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים אב"ד סיגוט באזוכט אין קרית בעלזא | באריכט

זונטאג פ' נשא – ח' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: אמש

הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב"ד סיגוט וואס האט געפראוועט דעם יו"ט שבועות בקרב עדת חסידי סאטמאר אין בני ברק, איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען אויף א באזוך ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און איבערגעגעבן א ווארימע פריסת שלום פון אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

נאכן באזוך האט דער גבאי הרב אהרן ווינד ארומגעוויזן דער סיגוט'ער רב אינעם היכל בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא, אזוי אויך אינעם גרויסן שטוב, און אין די אפיסעס פון מראות הקודש.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל