שריפה אויסגעבראכן דעם יו"ט אין ביהמ"ד זוטשקא אמסנא אין בני ברק

זונטאג פ' נשא – ח' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

א פייער האט אויסגעבראכן דעם פרייטיג יום טוב שבועות נאכמיטאג אין בית המדרש זוטשקא אמסנא אין בני ברק, דער שריפה האט אויסגעבראכן אינעם פאליש און קאווע שטיבל פון בית מדרש, וועלכע איז אינגאנצן פארניכטערט געווארן, און די פייער איז ב"ה באצייטענס געברעגנט געווארן אונטער קאנטראל דורך די פייערלעשער אן קיין ערנסטע שאדנס פארן ביהמ"ד זעלבסט.

דורכאויס שבת האט די רבי שליט"א געפראוועט די תפילות און טישן אין די דערנעבנדיגע גערער שטיבל, ביים נעילת החג טיש האט די רבי אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע חסדים, אז קיינער איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן, און בניסי ניסים האט זיך די שריפה נישט צושפרייט ווייטער צום בית המדרש.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל