מאנטאג פ' תזריע מצורע – כ"ו ניסן תשפ"ג | קול בחצרות
שטייענדיג בלויז דריי וואכן איידער די געהויבענע יום טוב ל"ג בעומר, ווען אלופי אלפי ישראל גרייטן זיך צו פוקד זיין דעם ציון הק' אין אתרא קדישא מירון בהילולא דרשב"י, און פייערן דעם גרויסן טאג בתפילה ותחנונים און לעבעדיגע ריקודין כמסורת הקודש לאנגע יארן, איז היינט זונטאג ארויסגעשטעלט געווארן די ענדגילטיגע פלענער פון אלעס ארום די הילולא קדישא, דורך די חשובע עסקנים וואס שטייען על המשמר, הרב מאיר פרוש וועלכער שטייט בראש פונעם פראיעקט, און יד ימינו הרב יוסי דייטש וועלכער איז געשטעלט געווארן אלס פראיעקטאר אויסצוארבעטןאלע דעטאלן ארום די הילולא על צד היותר טוב.
ווי ברייט באקאנט איז אין די לעצטערע חדשים פארגעקומען מערערע אסיפות און באראטונגען צווישן די עסקנים, שטאטישע פארוואלטונג, און חרדישע קהילות אויסצוארבעטן א פרייליכע און פארזיכערטע חגיגה. סיי צו שטיין על המשמר בגדרי הצניעות ווי די פריערדיגע צדיקים האבן איינגעריסן וועלטן אין די לעצטע צענדליגע יארן, סיי צו שטיין על המשמר אויף אלע זיכערהייט מוסנאמען, עס זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין שטופעניש און טראגעדיעס, ווי עס האט שוין ליידער פאסירט בעבר, אבער אין די זעלבע צייט זאלן אידישע קינדער קענען אנקומען מתפלל זיין ביים ציון הק' כבשנים קדמוניות, און פראווענען די הילולא אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אלע יארן מיט גרויס קדושה וטהרה און תורה ותפילה.
פארלאפענע וואך איז צושטאנד געקומען א גרויסארטיגע אסיפה וואו די עסקנים האבן פארגעשטעלט די פלענער פאר די העכער הונדערט עסקנים נציגי הקהילות איבער גאנץ ארץ ישראל, עס האט זיך אנגעזעהן די צוזאמענארבעט און שטארקע אינטערעסע ביי יעדן איינעם אז אלעס זאל אריבערגיין רואיג, מיט פונקטליכע פלענער על צד היותר טוב, און אלע קהילות האבן טאקע איינגעשטימט צו די בעפארשטייענדע פלענער, ברענגענדיג גרויס האפענונג ביי שלומי אמוני ישראל זיך גרייטענדיג צו די פרייליכע און הייליגע טאג ל"ג בעומר.
ווי די עסקנים האבן געמאלדן איז אריינגעלייגט געווארן גרויסע כוחות צו פארברייטערן אלע שאסייען און דורכגענג וואס פירן ארויף צום ציון הק', עס זאלן קענען זיך געפונען אויפן בארג אסאך מער מענטשן אויף איינמאל, ווי פארגאנגענע יאר, די טראנספארטאציע ווערט אהערגעשטעלט מיט גרויס אחריות און פונקטליכקייט, און די גאנצע שטח ארום ווערט צוגעגרייט מיט א ברייטקייט, פיל מער ווי געווענליך, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.
אזוי ווי פארגאנגענע יאר, וועט ווערן איינגעטיילט די צאל מענטשן וואס קענען ארויפגיין אויף איין מאל, אבער אנשטאט די מינימאלע פיר שעה וואס איז געגעבן געווארן פאריאר, וועט מען היי יאר קענען זיין עטוואס לענגער, צו געבן רואיג צייט מתפלל צו זיין און טאנצן די ריקודים בשלהבת אש קודש בשמחת הרשב"י.
די צענטראלע הדלקה דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט פארקומען ווי געווענליך, און די ציבור המשתתפים פון בערך 4 טויזנט אידן וועלן זיך צושפרייט לענגאויס אלע ארומגע שטחים אויפן דאך פונעם ציון, צו קענען געבן די געלעגנהייט פאר נאך מענטשן מיטצוהאלטן. אויפן שטח וואו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פלעגט פראווענען די הדלקה וועט היי יאר זיין צוגעשטעלט פאר לעבעדיגע ריקודין מיט מוזיקאלישע באגלייטונג אזוי ווי ביים חצר המערה. און אויפן שטח פון תולדות אברהם יצחק וועט אויפגעשטעלט ווערן א ריזן היכל התורה, א עקסטערע שאטער פאר פרויען, און א עקסטערע שאטער אפצורעכטן חאלאקעס.
די מעמדי הדלקות דורך די גדולי האדמורי"ם אין משפיעים וועלן אפגעראכטן ווערן אויפן דעזיגנירטע "מתחם ההילולא" וואס געפינט זיך אונטן ביים מושב, וואס איז ספעציעל איינגערישט געווארן פאר גרעסערע הדלקות, ריקודין, פארקינג אין חיה רוטל, אויך וועט דארט פארקומען א מעמד זכרון פאר די פינף און פערציג נשמות קדושות וואס זענען ליידער אומגעקומען ל"ג בעומר תשפ"א אין אתרא קדישא מירון, דארט וועט מען צינדן ליכט און לערנען משניות לעילוי נשמתם דורכאויס די גאנצע טאג, אין א גרויסע יארצייט סעודה וועט פארקומען מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער בני המשפחות. א עקסטערע שטח ווערט אהערגעשטעלט ביים מתחם בני עקיבא, וואו עס וועט פארקומען מערערע מעמדים אין כינוסים דורך קהילות קדושות אין א צאל קלענערע הדלקות וועלכע האבן די חזקה פון פריערדיגע יאהרן צו צינדן אין בני עקיבא.
די ציון הק' זעלבסט וועט זיין אפן פארן ציבור דורכאויס די גאנצע טאג, מיט א מייסטערהאפטיגע סדר צו געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איינעם מתפלל זיין ביים ציון. און אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט א ספעציעלע שאטער צו טועם זיין און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט קאלטס און ווארעמס.
שלומי אמוני ישראל נעמען אויף מיט פרייד די אנטוויקלונגען, ווען די פלענער ווערן געמאכט דורך חרדישע אידן, און זענען דא מיט איין ציהל צו פארזיכערן דעם כבוד הרשב"י און ארויסהעלפן די טויזענטער מתפללים ביים ציון הק' צו קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת און אויספועל'ן אלעס גוטס.