מעמד קביעת מזוזות בראשות האד' מסאדיגורה אין נייע בנין פון ת"ת אנטווערפען

מוצ"ש פ' שמיני – כ"ד ניסן תשפ"ג

כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א וועלכע איז צוגאסט די טעג אין אנטווערפען איז דעם פרייטיג ערב שבת אין די פארמיטאג שעה'ן אנגעקומען אויף קביעת מזוזות אין די הערליכע בנין פון תלמוד תורה אנטווערפען, וועלכע איז די לעצטע תקופה באנייט געווארן נאך לאנגע יארן פון בוי ארבעט און הארעוואניע.

די חברי הנהלה האבן ארומגעוויזן דעם רבין אין אלע אפטיילונגען פונעם בנין, דערנאך האט די רבי קובע געוועהן א מזוזה ביי איינע פון די כיתות אין דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט אנגעווינטשן די עסקנים אין די הנהלת התלמוד תורה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל