חסידי באבוב 45 באוויינען טראגישע פטירה פון האברך החשוב ר' חיים בלום ע"ה

זונטאג ב' דחוה"מ פסח – י"ח ניסן תשפ"ג

בילד קרעדיט בארא פארק 24

מיט שאק אין שוידער האבן חסידי באבוב 45 דעם ערב יו"ט אויפגענימען די שווערע בשורה איבער די פרי צייטיגע פטירה פון האברך החשוב ר' חיים בלום ע"ה וועלכע איז דעם ערב יו"ט הארט פארן כניסת הזמן ליידער אומגעקומען אויף א טראגישן אופן נאכן זיין פארמישט אין א שווערע עקסידענט, דער נפטר ר' חיים איז געוועהן א זוהן פון הרה"ח ר' נתן דוד בלום ראש חברת ש"ס באבוב 45, אין פון די אנגעזעהנע אידן אין די קהילה.

זייענדיג אויפן וועג אין ביהמ"ד איז ער אראפגעקלאפט געווארן אריבערגייענדיג די גאסן פון 13-טע עוועניו ביי 50 סטע גאס, אין שפיטאל האבן די דאקטוירים באשטעטיגט אז ער האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה פון די וואונדן אין בליענדן עלטער פון בלויז 23 יאהר.

די לוי' איז ארויס דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי פארנט פון ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק ווי הונדערטער חסידים אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האבן באגלייט די נפטר צום אייביגן רוה.

יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל