האד' מסאטמאר ממנה הרה"ג רבי אלכסנדר לאנדא אלס מו"ץ ביהמ"ד החדש נועם אלימלך ליזענסק אין קרית יואל

פרייטאג פ' צו – ט' ניסן תשפ"ג

קרדיט: בצל הקודש סאטמאר

קול בחצרות – נעכטן ליל שישי איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית איול א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א – דומ"ץ אין די קהילה צו דינען אלץ דיין ומו"ץ אינעם ביהמ"ד החדש נועם אלימלך ליזענסק דקהל יטב לב, אויף ליזענסק בלווד. וואס וועט בעז"ה תיכף נאך פסח עפענען די טויערן לתורה ולתפלה, פאר שבתים וימים טובים רונדע די יאר.

ביים מעמד זענען אנוועזנד געווען די ראשי הקהילה מיט די בני המשפחה פונעם דיין הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל זייענדיג בלי עין הרע די 17'טע ביהמ"ד דקהל יטב לב, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א ברכת קדשו.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל