האדמו"ר מסאדיגורה פארטיילט מצות פאר די חסידים בעפארן אפרייזן קיין אנטווערפען אויף יו"ט פסח

מיטוואך פ' צו – ז' ניסן תשפ"ג

קול בחצרות – אויך היי יאהר וועט כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אפרייזן קיין אנטווערפען ווי דער רבי וועט פראווען דעם יו"ט פסח הבא עלינו לטובה ביים שווער הרה"ג רבי אשר חיים שטערנבוך אב"ד אהל יעקב ודומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפען, די רבי וועט פארלאזן ארץ ישראל דעם קומענדיגן וואך זינטיג. אין אנטווערפען וועט די רבי דאווענען די תפילות אין די טשארטקוב'ער קלויז אין שטאט, אין ביום אחרון של פסח וועט די רבי פראווען דעם נעילת החג טיש ברוב עם הדרת מלך.

אין די יעצטיגע ערב פסח טעג זענען הונדערטער חסידי סאדיגורה אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א, ווי די רבי האט פארטיילט מצות פאר די חסידים אויף יו"ט פסח, נעכטן דינסטיג איז דער רבי אנגעקומען קיין תל אביב ווי די רבי האט אויפגענימען דעם ציבור אין פארטיילט מצות פאר די ארטיגע חסידים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל