דאנערשטאג פ' ויקרא – א' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות – נעכטן דינסטאג איז פארגעקומען די מסיבת 'חנוכת הבית' פון די אונטערשטע שטאק פון די סקווירא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. וואס ווי באקאנט איז געווען דארטן די ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצוק"ל וועלכער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג פאר א לענגערע תקופה, פון די יארן בשנת תש"י, ביז שנת תשי"ט ווען דער סקווירא רבי זצ"ל האט אויפגעשטעלט שיכון סקווירא. די לעצטע תקופה האבן די עסקנים פונעם 'וויליאמסבורג'ער שטיבל' איבערגעמאכט און רענאווירט די מקוה פון סקווירא רבי'ן זצ"ל און בהסכמת ובברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א האט מען דאס זייער שיין משפץ געווען כראוי וכיאות לבית קדוש כזה. אזוי אויך האט מען בכלל זייער שיין איבערגעמאכט די גאנצע אונטערשטע שטאק אזוי ווי עס פאסט פאר דעם בית של אותו צדיק.
נעכטן דינסטאג פרשת ויקרא – ערב ראש חודש ניסן, דריי טעג צו די הילולא רבה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצוק"ל האט מען געפייערט דעם חנוכת הבית, צו די פייערליכע חגיגה האט דער רבי שליט"א אריינגעשיקט בנו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי אלס שליחו של כאדם כמותו, און זאל איבערגעבן ברכת הקודש לכבוד דעם שיינעם מעמד. אזוי אויך האט דער מעמד געדינט אלס סעודת הילולא פון רבי'ן זצוק"ל, שטייענדיג אין די טעג פון די הילולא, מען האט געהערט שיינע שמועסן פון די זקני החסידים, בראשות דער דיין הגה"צ רבי יצחק שמעון הלוי וואזנער דומ"ץ סקווירא וויליאמסבורג וועלכער איז דער עומד בראש פון די הייליגע קהילה בשליחות הקודש די לעצטע צענדליגער יארן כולן שוין לטובה.
נאכן מעמד האט הרה"צ רבי יצחק באנייט די מקוה מיט א טבילה, און דערנאך האט ער קובע געווען עטליכע מזוזות אויף די איבערגעבויטע שטאק.