לעצטע הכנות צום חגיגת הכנסת ספר תורה דעם שבת אין ק"ק סאטמאר אין קרית יואל

דאנערשטאג פ' תצוה – ט' אדר תשפ"ג

קול בחצרות – קרית מלך רב קרית יואל גרייט זיך צום געהויבענעם שבת זכור די שבת של שמחה בראשות כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א, ווען עס וועט געפייערט ווערן די הכנסת ספר תורה געשריבן לז״נ אדמור"י בית סאטמאר זי״ע.די הנהלת הקהלה כסדר׳דיגע ענעריגע איז אריין אויף די העכסטע שטופעס צוצוגרייטן ארום 8 טויזנט סקווער פיס פונעם נייעם פרעכטיגן פליגל עס זאל אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לקראת שבת קודש. אזוי אויך פארענדיגט מען די נייע פרעכטיגע שערי הבנין אויף די צענטראלע פארעסט גאס.עכטען מיטוואך כחצות הלילה האט מען אנגעהויבן מיט די ארבעט צוזאמצושטעלן די דעם נייעם פליגל מיטן ביהמ"ד הגדול צו די פרייד פון תושבי קרית יואל, אוןת היום קצר והמלאכה מרובה ארבעטן די עושי המלאכה רונדע דעם זייגער עס זאל זיין גרייט צום באנוץ דער דער נייער פליגלמיט אלע אירע שטאקן לקראת די ימי אורה ושמחה שבת תצוה זכור בצל הקודש

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל