ברוך דיין האמת • מיט צער איז אויפגענומען די בשורה איבער פטירה פון הרבנית הינדא קאהן מתולדות אהרן ע"ה

כ"ב אדר תשפ"ב

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ירושלים עיה"ק, איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מרת הינדא קאהן מתולדות אהרן ע"ה, אשת חבר כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אין עלטער פון פיר און זיבעציג יאר. די רעבעצין הרבנית הינדא קאהן ע"ה, איז געווען די עלטסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב הרה"ק ר' נפתלי צבי לאבין זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט עלף יאר צוריק.

די לעצטע פאר חדשים איז זי קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, און די נאכט בחצות הלילה אין ארץ ישראל האט זי אויסגעהויכט איר נשמה אין הדסה שפיטאל אין ירושלים, במעמד פון איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד און געזינגען ניגוני התעוררות, אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך און א גרויסע ציבור אידן. די לוויה וועט ארויסגיין מארגן מיטאג פון ביהמ"ד הגדול פארענט פון חצר הקודש תולדות אהרן אויף רחוב מאה שערים אין ירושלים עיה"ק, וואו א ריזן ציבור באטייליגט זיך אפצוגעבן דעם כבוד האחרון.

Your browser does not support the video tag.

ביים ארויסנעמען די מיטה פון שפיטאל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל