ותתנו מסיכה על פניהם • האד' מתולדות אהרן אויפגעטראטן פאר די חסידים צו גיין אנגעטון מיט א מאסק

זונטאג פנחס תש"פ

אין ליכט פון די פרישע 'צווייטע כוואליע' אין מדינת ישראל ווען די ארטיגע געזונטהייט באאמטע טוהן אויפפאדערן אז יעדער מוז גיין אנגעטון מיט א מאסק אויפן פנים, זענען מערערע אדמורי"ם שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן ארויס מיט א פאדערונג אויסצופאלגען די רעגולאציעס און זיך נישט ארומשפילן מיט די אנווייזונגען. דעם מוצ"ש האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אויפגעטראטן מיט 'דברות קודש' פאר די בחורים און אויפגעפאדערט אז יעדער זאל גיין אנגעטון מיט א מאסק און זיך נישט רייצן מיט די פאליציי ווייל 'לא זו הדרך'. אין קהלת ביאלה האט דער משב"ק פון רבי'ן ארויסגעשיקט א מודעה בפקודת הקודש אז יעדער זאל גיין אנגעטון מיט א מאסק. אין חצר הקודש ויזניץ איז געהאנגען געווארן א מודעה בפקודת מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז איינער אן א מאסק זאל נישט אריינקומען אין ביהמ"ד. אויך אין חצר הקודש בעלזא האט דער משב"ק הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין הי"ו אויסגערופן איידער קבלת שבת בנוכחותו פון כ"ק בעלזא רב שליט"א אז די אלע יודן וואס שפירן זיך נישט גוט זאלן נישט קומען אין ביהמ"ד.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל