גרינדונג פון 'תלמוד תורה בני נפתלי צאנז' אין די נייע חרדישע ישוב אין סטעטן איילענד

פארלאפענעם מאנטאג נאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן 'אסיפת היסוד' צו די גרינדונג פון א 'תלמוד תורה' אין די נייע חרדישע ישוב אין סטעטן איילענד. אין די לעצטערע יארן האט זיך א גרויסע ציבור ארויסגעצויגן צו די נייע געגענט אין סטעטן איילענד ווי עס איז דא די מעגליכקייטן צו באקומען גרעסערע דירות פאר ביליגערע פרייזן, אבער די ישוב האט נישט פארמאגט אייגענע מוסדות התורה, נאר די ארטיגע איינוואוינער האבן געשיקט די קינדער אין די מוסדות אין בארא פארק.

אנגעהויבן פון דעם קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"א וועט זיך בעז"ה עפענען די ערשטע פיהר כתות פון די נייע 'תלמוד תורה בני נפתלי צאנז' אין סטעטן איילענד וועלכע וועט שטיין בנשיאות הרה"צ רבי אהרן האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ