צום דריטן מאל: האד' מויזניץ אריינכאפן נאך א תפלה ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון

אויפן וועג אהיים פון חצור האט מרן אדמו"ר מויזניץ נישט געקענט אויסלאזן דאס געלעגנהייט און אריינכאפן נאך א תפלה ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון. דאס התקשרות פון הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע צום הייליגן תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי איז אומבאשרייבליך און נאר די עלטערע חסידי ויזניץ ווייסן פון וואס דאס רעדט זיך. זיי זאגן אז אט די התקשרות זעהט מען אויך ביי זיין אייניקל יבדלחט"א מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכע איז היינט אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון צום דריטן מאל זינט לג' בעומר!

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן